top of page

לאמיר פארברעגן

שלום עליכם וואס מאכט איר עפעס גוט'ס? דא קענט איר מיך קאנטעקטען פאר סיי וואס

!איר זאלט האבן אסאך הצלחה

relaxing-coffee.gif
  • Writer's pictureא הייסע קאווע ivelt

געדאנקן און חיזוק-ט

די כח פון א שמייכל!

די ווערט פון א שמייכל-מיט'ן אייבירשטענס הילף א שמייכל קאסט נישט קיין געלט עס איז אבער די טייערסטע זאך אויף די וועלט! עס איז נישט קיין וויטאמין עס היילט אבער ווי די בעסטע מעדעצין! עס נעמט נישט מער ווי א מינוט די אויפטהו איז אבער אויף שטענדיג! עס פארשאפט צופרידענהייט און נחת אין א אידישע הויז און עס ברענגט אריין רואיגקייט אין די קינדער פון קליין ביז גרויס! מיט א שמייכל קען מען קריגערייען פארמיידען און פארשפארען א סך ליידען! עס איז די בעסטע מיטל פריינד צו געווינען און אין ביזנעס העלפט דאס מער צו פארדינען! פארווייטאגטע מענטשן קען עס דערקוויקען צובראכענע הערצער טהוט עס שטארקן! אפילו פאר די רייכסטע און מעכטיגסטע מענטשן באקומט זיי א שמייכל ווי געווינטשען! עס איז א מחי' און א פארגעניגען א שיינעם שמייכל צו באקריגן! יעדע יישר כח און שמייכל אדער א גוט ווארט וואס מען טהוט געבן טהוט עס ממש אנדערע מענטשן אויפלעבן!


37 views0 comments

Recent Posts

See All
bottom of page