top of page

לאמיר פארברעגן

שלום עליכם וואס מאכט איר עפעס גוט'ס? דא קענט איר מיך קאנטעקטען פאר סיי וואס

!איר זאלט האבן אסאך הצלחה

relaxing-coffee.gif
  • Writer's pictureא הייסע קאווע ivelt

געדאנקן און חיזוק-ג

Updated: Feb 4, 2022


יש אנשים... ויש אנשים...

עס זענען דא מענטשן וואס זיי צו העלפן איז א חסד עס זענען דא מענטשן וואס זיי נישט צו העלפן איז א חסד עס זענען דא מענטשן וואס זיי טוען דיר א חסד און לאזן דיר זיי העלפן * * * עס זענען דא מענטשן וואס עס איז א חסד אז מען זאגט זיי א גוטן טאג עס זענען דא מענטשן וואס פילן אז זיי טוען א חסד אז זיי זאגן דיר א גוטן טאג עס זענען דא מענטשן וואס טוען דיר א חסד אז סוף-כל-סוף זאגן זיי שוין דיר א גוטן טאג * * * עס זענען דא מענטשן וואס זיי זעהן פשוט נישט אז מען דארף טוען חסד עס זענען דא מענטשן וואס שטענדיג זעהט מען זיי טוען חסד עס זענען דא מענטשן וואס טוען חסד נאר ווען מען זעהט זיי * * * עס זענען דא מענטשן וואס זענען וואַך צו טוען חסד עס זענען דא מענטשן וואס וועקן אויף אנדערע צו טוען חסד עס זענען דא מענטשן וואס ווען זיי שלאפן טוען זיי חסד * * * עס זענען דא מענטשן וואס עס איז א אומגליק פאר זיי נישט צו טוען חסד עס זענען דא מענטשן וואס טוען חסד נאר ווען עס איז דא א אומגליק עס זענען דא מענטשן וואס עס איז א אומגליק ווען זיי טוען חסד * * * עס זענען דא מענטשן וואס דו טוהסט זיי חסד ווען זיי עסן ביי דיר עס זענען דא מענטשן וואס דו טוהסט זיי חסד און דו עסט ביי זיי עס זענען דא מענטשן וואס דו טוהסט זיי חסד און עסט זיי אויף

* * *


24 views0 comments

Recent Posts

See All
bottom of page