top of page

לאמיר פארברעגן

שלום עליכם וואס מאכט איר עפעס גוט'ס? דא קענט איר מיך קאנטעקטען פאר סיי וואס

!איר זאלט האבן אסאך הצלחה

relaxing-coffee.gif
  • Writer's pictureא הייסע קאווע ivelt

געדאנקן און חיזוק-ד

Updated: Feb 4, 2022


אינטרעסאנט צו וויסן.... עס זענען דא טעג. און עס זענען דא טעג.
געדאנקן און חיזוק עס זענען דא טעג וואס אלעס קלאפט. און עס זענען דא טעג וואס אלעס איז צוקלאפט. עס זענען דא טעג וואס מ'גייט האנט ביי האנט. און עס זענען דא טעג וואס מ'קלאפט קאפ אין וואנט. עס זענען דא טעג וואס ס'געלונגט אלעס וואס מ'מאכט. און עס זענען דא טעג וואס אלעס קראכט. עס זענען דא טעג וואס מ'זינגט מיט א פידל צום טאנצן. און עס זענען דא טעג וואס זענען צופידלט אינגאנצן עס זענען דא טעג וואס מ'שטרעקט דיר אויס א האנט אביסל. און עס זענען דא טעג וואס מ'שטעלט דיר אינטער א פיסל. עס זענען דא טעג וואס מען ציהט די סטרונעס איידל. און עס זענען דא טעג וואס מ'ציהט אן די נערוון שיידל. עס זענען דא טעג וואס מ'ארבעט מיט דעת. און עס זענען דא טעג וואס איין שטיק משוגעת. עס זענען דא טעג וואס זענען מיט א שמייכלדיגן פנים. און עס זענען דא טעג וואס מ'לאכט דיר אין פנים. יעדער מצב איז נאר א גאסט... נעם עס נישט צו לאסט...



10 views0 comments

Recent Posts

See All
bottom of page