top of page

לאמיר פארברעגן

שלום עליכם וואס מאכט איר עפעס גוט'ס? דא קענט איר מיך קאנטעקטען פאר סיי וואס

!איר זאלט האבן אסאך הצלחה

relaxing-coffee.gif
Writer's pictureא הייסע קאווע ivelt

געדאנקן און חיזוק-ה

Updated: Feb 4, 2022

בית נאמן ישראל

א אידישע שטוב איז נישט קיין זייגער ווי אלעס דארף קלאפ טיק טאק עס דארף זיך טאקע פירן מיט א סדר אבער אן נערוועזיקייטן, ס'זאל זיין א געשמאק א אידישע הויז איז נישט קיין מיוזיעם ווי אלעס פון וואקס איז פונקטליך אויסגעשטעלט נישט צו רירן, בלויז צו קוקן מיט די אויגן און מאכן זיכער אז פאר "יעדעם" זי געפעלט עס איז א וואוינארט פאר די משפחה דארף טאקע זיין ריין און מסודר אבער אן כעס די כלים די מעבל אלץ איז דא אויף צום נוצען דאן איז שייך צו זאגן: עס ברענגט הרחבת הדעת קינדער זענען נישט קיין שפילער'ס אין א סצנע וואס זייערע מלבושים דארפן אויסזעהן אזוי אז "יעדער" זאל עדות זאגן ווי זיס זיי זענען אנגעטוהן לויט די מאדע און לעצטע סטייל גענוי באשיידן, צניעות'דיג, בפשטות מיט איידעלקייט די קאפ זאל נישט ליגן אינגאנצן אין די סחורה ווייל דאן בלייבט נישט פלאץ עס זאל קענען אויסוואקסן א בת תלמיד חכם אין א ריכטיגע בן תורה קינדער זענען נישט קיין קאמפיוטער'ס, וואס מיט איין קנעפל פאלגן זיי גלייך, אן קיין שוועריגקייטן דערביי עס נעמט פיל סבלנות, וותרנות מידות טובות ווען מ'וויל מצליח זיין, און מחנך זיין זיי א יודישע היים און יודישע קינדערליך דארפן כסדר ליבשאפט און שמחה, און ווארעמקייט און אסאך בעטן און רעדן צום טאטען אין הימל ברענגט סייעתא דשמיא, מנוחה און פרייד!!!


17 views0 comments

Recent Posts

See All

Kommentarer


bottom of page