top of page

לאמיר פארברעגן

שלום עליכם וואס מאכט איר עפעס גוט'ס? דא קענט איר מיך קאנטעקטען פאר סיי וואס

!איר זאלט האבן אסאך הצלחה

relaxing-coffee.gif
Writer's pictureא הייסע קאווע ivelt

געדאנקן און חיזוק-ו

רייד פון הייליגן סטייפלער גאון זצ"ל צו די אידישע מאמע

עס איז נישט פארהאן אזא זאך ווי "מחנך” זיין קינדער
רייד פון הייליגן סטייפלער גאון זצ"ל צו די אידישע מאמעדער חינוך פון די קינדער איז אפהענגיג אין די פירונג פון די מאמע
איבערהויפט אז זי איז מוותר פאר איר מאן

קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב ווי די מאמע דאווענט ווארט ביי ווארט, פארשטייען בעסער די גמרא און משניות ווי אנדערע קינדער.
קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב ווי די מאמע זאגט ברכות רואיג און לאנגזאם, האבן בעסערע מידות און ווייניגער חוצפא.
א מאמע וואס דאווענט יעדן טאג, און הויבט אויף אירע אויגן צום הימל, האט קינדער וואס זענען מער מצליח ווי אנדערע קינדער.
קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואו די מאמע איז מוותר פאר איר מאן, און זאגט אים נישט קיין הערות, האבן גוטע מידות, און פארמאגן הייליגע ריינע נשמות מער ווי אנדערע קינדער.
מער ווי אלע חינוך טעיפס אויך דער וועלט, טוט אויף די ערליכע ברכה "שהכל נהיה בדברו" וואס די מאמע זאגט הויעך אויפן קול אין שטוב.
קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואו די מאמע בענטשט "ברכת המזון" אויפן קול, זענען מער אפגעהיטן קעגן מחלות און אומגליקן ר"ל, און האבן א גרעסערע שמירה פון הימל.
א מאמע וואס דערמאנט כסדר דעם אויבערשטן, און לויבט זיין הייליגן נאמען און זאגט אי"ה, בעזרת ה', ב"ה, האבן אירע קינדער דעם חן פון יוסף הצדיק אויף זייער פנים, שם שמים יתברך שמו.


23 views0 comments

Recent Posts

See All

Commentaires


bottom of page